More results...

Generic selectors
Exact matches only
Search in title
Search in content
Post Type Selectors
Channels
Videos
Filter by Categories
Comedy
Entertainment
Inspiration
Media
Music
News
Podcasts
Random
Travel

א טיף באהאלטענע שרעק, אן אומבא’טעמ’טע שפיר
איז צווישן די מאמע מיט איר קינד,
פאר’ן טאכטער איז אומבאקוועם און פראבירט שטיין ווייט פון איר
זי שעמט זיך אז איר מאמע איז בלינד.

זי קען נישט וואשן, נישט קאכן, פירן די ווערטשאפט אין הויז
מיט א שטעקן גייט זי אין גאס,
אז די בלינדע פרוי איז מיין מאמע, איך האף אז קיינער געפינט נישט אויס
איך וויל נישט זיין די נעבעך פון קלאס.

קיין חבר’טע צו זיך אינדערהיים האט זי קיינמאל אריינגענומען
אוי האט זי געוויינט איר מאמע זאל נישט קומען, PTA ביי
זיך ארויסגעדרייט – איר קיינמאל באגלייט
די באציאונגען ווערן נאר קעלטער
אזוי לויפן די יארן, זי ווערט נאר אלס גרעסער און עלטער.

ענדליך שוין א כלה און צו די חתונה זי גרייט זיך
האבן מיין אייגענעם לעבן, אוי ווי די כלה פריידט זיך,
זי פאקט זיך פעק – ציעט זיך אוועק
ווייט ווייט ווייט
פארגעסן פון די שווערע יארן וואס זי האט אינדערהיים געהאט.

די מאמע ביטער פארקלעמט, אין הארץ עס ברענט א ברענעניש
זי קען נישט איינשלאפן, לא יכבה בלילה נרה,
אירע צוויי בלינדע אויגן, זעהן טאקע זיי קענען נישט
אבער וויינען קענען זיי נאך יא…

ווייטאגליכע קרעכצן נאך אזויפיל יארן פון דריק
עס גיסט זיך א גאָס פון געוויין,
עס ‘שטייט איר פאר די אויגן’ מחשבות פון יארן צוריק
וואס קיינער ווייסט נישט נאר זי אליין.

מיין קינד כ’האב דיר קיינמאל פארציילט דורכאויס די אלע יארן
אז דו ביסט געבוירן געווארן מיט א חסרון,
איך האב נישט געוואלט אז דו – זאלסט פילן ווי
ביסט אנדערש ווי יעדן איינעם
דערפאר האב איך באשלאסן אז איך דערצייל עס נישט פאר קיינעם.

אבער איך מיין ס’איז שוין צייט, אזוי טוט מיין געפיל טרייבן
די מאמע נעמט א פעדער אין האנט און הייבט אן צו שרייבן,
בס”ד – מיין טייער קינד לאה
ווי אזוי גייט דיין לעבן אלס ווייבל
איך וויל דיר עפעס בעטן, דערפאר גיב איך דיר יעצט א שרייב’ל.

“זאלסטו וויסן מיין קינד
דו ביסט געבוירן נישט געזונט
דו ביסט געווען בלינד אויף ביידע אויגן,
אבער וואס טוט נישט א מאמע פאר איר קינד
מען האט די הויט פון מיר געשינדט
איך האב דיר געשאנקן מיינע, אז דיר זאל אלעס טויגן.

זייט דעמאלטס מיין קינד
בין איך געווארן בלינד
אוי ווי שווער האב איך דיר אויפגעצויגן,
איך שרייב דא צו דיר מיין קינד
מיט בלוט אנשטאט מיט טונט
איך בעט דיך איין זאך, היט אויף מיינע אויגן.

איך בעט דיך, היט אויף דיין מאמע’ס אויגן!”

“די מאמע׳ס אויגן” – מאטי אילאוויטש – מחשבות | Mothers Eyes – Motty Ilowitz – Machshovos

א טיף באהאלטענע שרעק, אן אומבא’טעמ’טע שפיר איז צווישן די מאמע מיט איר קינד, פאר’ן טאכטער איז אומבאקוועם און פראבירט שטיין ווייט פון איר זי שעמט זיך אז איר מאמע איז בלינד. זי קען נישט וואשן, נישט קאכן, פירן די ווערטשאפט אין הויז מיט א שטעקן גייט זי אין גאס, אז די בלינדע פרוי איז…

Comment

Comments & Feedbck

Comments & Feedback

Share this video

Copy Link:
https://yideos.net/videos/%d7%93%d7%99-%d7%9e%d7%90%d7%9e%d7%a2%d7%b3%d7%a1-%d7%90%d7%95%d7%99%d7%92%d7%9f-%d7%9e%d7%90%d7%98%d7%99-%d7%90%d7%99%d7%9c%d7%90%d7%95%d7%95%d7%99%d7%98%d7%a9-%d7%9e%d7%97%d7%a9%d7%91%d7%95/