More results...

Generic selectors
Exact matches only
Search in title
Search in content
Post Type Selectors
Channels
Videos
Filter by Categories
Comedy
Entertainment
Inspiration
Media
Music
News
Podcasts
Random
Travel

Song composed: Pinky Weber
Originally sung by: Michoel Schnitzler
Filmed: Motty Engel
Video Edited by: Studio On Dot
Cover Art by: Yanky Perl
Live Sound: stellar sound
Live Engineer: Moishie Zuckerman
Post Production: House of Music
Additional post production: Edgware Studios
Technical director: Moishe Weiser
Choir: The Shira Choir

Special thanks to
Hershy Weinberger
Lipa Brauner
Lipa Brach
Shaya Braun
Yoely Freund
Yiddi Landau

Shmueli Ungar
📞 For bookings call 718.475.1111

PR by SrulyMeyer.com

Naftali Schnitzler 347.668.4282
The Shira Choir 718.855.7447

זאנוויל’ע דער טרעגער
א טיכטיגער א פעהיגער
שעפּן שלעפּן וואסער פלעג ער

אויפן רוקן מיט א ברעטעלע
אין ביאלעסטאק א קליינטשיק שטעטעלע
געשריגן אין די אידישע גאסער
ווער וויל קויפן פרישע וואסער

געארבעט שווער און ביטער
דעם רבי’ן פרעגן טוט ער
איך זוך א שותף גאר א גוטער

ווייל וואו איך גיי אזוי קרעכץ איך מיר
איך קען שוין מער נישט קריכן די טרעפן
ווייל מיין רוקן שוין ברעכט זיך מיר
איינער דארף מיר העלפן שלעפּן

זאנוויל כ’האב א שותף פארלעסליך
ער וועט דיר העלפן ווי א מומחה
פון יעצט אָן ווען דו שלעפּסט די פעסלעך
נעם מיט דיר מיט ר’ שמחה

זאנוויל זוכט גראד
לויפט ארום אין שטאט
ווער הייסט דא ר’ שמחה
ער ווערט געוואר גלייך
נישטא אזא זאך
ר’ שמחה

נאר א איד אַן אלטער
ווען ער גייט פאלט ער
עס קען דאך נישט זיין דער ר’ שמחה
ער לויפט ארום און קריכט
און זוכט
ר’ שמחה

גיט מען אים א ווייזעלע
אויף א קליין הייזעלע
דארט געוואוינט אמאל ר’ שמחה
אבער זוכן אנפאנג נישט
ווייל ער לעבט שוין לאנג נישט
ר’ שמחה

צוריק צום רבי’ן גייט ער
מיט געוויין שרייט ער
איך קען נישט טרעפן דעם ר’ שמחה
אוי רבי ערקלער עס
ווער איז
ר’ שמחה

זאנוויל ס’שטימט באלד נישט
מיין ר’ שמחה פאלט נישט
ער הייבט נאר יעדן אויף ר’ שמחה
א שמייכל א בא’חנ’טער
פריידט זיך, קיינמאל וויינט ער
ר’ שמחה

גאר גאר א הייליגער
נישט קיין צייטווייליגער
ער לעבט דאך אייביג מיין ר’ שמחה
כ’האב געמיינט די נקודה
די הייליגע מידה
פון שמחה

עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה
קול חתן וקול כלה וקול וקול שמחה
מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד
איי איי איי עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה
הוי מקבל את כל האדם בשמחה
מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד

אידעלע טראכט אריין גוט
עס וועט דאך נאך זיין גוט
נאר מיט שמחה נישט גע’דאגה’ט
דו ווייסט דו האסט נאר איין טרייסט
מיט שמחה איז השם עמך
וואו דו שטייסט און וואו דו גייסט
נעם מיט דיר מיט ר’ שמחה

וואס דו טראכסט און וויסט
וואס דו מאכסט און טוסט
טו עס נאר מיט ר’ שמחה
זיי פרייליך און נישט פאר’צרה’ט
אין בית המדרש, אין גאס, אין שטוב
אפילו ביסט פארפלאָגט און טרוד
געדענק ר’ שמחה האט דיך ליב

אפילו עס גייט נישט גוט
מאכסט חלילה מיט
פארגעס נישט פון דיין חבר ר’ שמחה
אויב עס גייט א טרער
מאך זיכער אז ס’איז ער
ר’ שמחה

אידעלע, געדענק גוט
האסט דאך שוין געזען גוט
גארנישט גייט נישט אָן ר’ שמחה
נישט דא נאך אזא פריינט
וואס שיינט
ווי ר’ שמחה

אין דעם שווערן גלות
מיט אונז אלעמאל איז
מיט געגאנגען דער ר’ שמחה
וואו וואלטן מיר געווען
וויאזוי אויסגעזען
אָן א שמחה

אידעלעך גרייט אייך
אידעלעך פריידט אייך
אט קומט שוין די אמת’ע
אין ירושלים לחיים
מיט שמחה

עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה
קול חתן וקול כלה וקול וקול שמחה
מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד
איי איי איי עבדו עבדו עבדו את השם בשמחה

הוי מקבל את כל האדם בשמחה
מצוה גדולה להיות בשמחה בשמחה תמיד

ר׳ שמחה – שמילי אונגר – נפתלי שניצלר – שירה Shmueli Ungar, Naftali Schnitzler, Shira

Song composed: Pinky Weber Originally sung by: Michoel Schnitzler Filmed: Motty Engel Video Edited by: Studio On Dot Cover Art by: Yanky Perl Live Sound: stellar sound Live Engineer: Moishie Zuckerman Post Production: House of Music Additional post production: Edgware Studios Technical director: Moishe Weiser Choir: The Shira Choir Special thanks to Hershy Weinberger Lipa…

Comment

Comments & Feedbck

Comments & Feedback

Share this video

Copy Link:
https://yideos.net/videos/%d7%a8%d7%b3-%d7%a9%d7%9e%d7%97%d7%94-%d7%a9%d7%9e%d7%99%d7%9c%d7%99-%d7%90%d7%95%d7%a0%d7%92%d7%a8-%d7%a0%d7%a4%d7%aa%d7%9c%d7%99-%d7%a9%d7%a0%d7%99%d7%a6%d7%9c%d7%a8-%d7%a9%d7%99%d7%a8%d7%94-s/