חשבתי (געמיינט) – מתורגם
מוטי אילוביץ
אלבום “רעיונות”
Hebrew Translation: Dvori Burshtain
מילים בעברית:
פעם חשבתי ש…
מי שעשיר – חכם
וללכת לאיבוד אפשר רק ביער
האומר את המילה האחרונה – ניצח
ושיער לבן מראה על זיקנה
פעם חשבתי ש…
רק פעם היו צדיקים
ומקשיבים למי שצועק הכי בקול
מגיפות עולמיות עתיקות אינן יכולות להתרחש היום
ובית חם זה דירה מחוממת
ככל שאני מתבגר אני מבין יותר דברים ובצורה שונה…
שדברים יכולים להיות כבדים אפילו ללא משקל
לשחק באש זה לאוו דווקא עם גפרורים
ואפשר לשלם מחיר יקר אפילו ללא כסף
—- • —-
פעם חשבתי ש…
מי שמחייך, צוחק
ולהיות חזק זה להיות בעל גוף חסון
לחלום אפשר רק בלילה, במיטה
ולטבוע אפשר רק באוניה בים
פעם חשבתי ש…
הורי תקיפים מידי
וידידיי הם החברים האמיתיים
שצדיק נמדד בכמות הקהל שיש לו
ושאני יכול לעשות מחר מה שאיני עושה היום.
ככל שאני מתבגר אני מבין יותר דברים ובצורה שונה…
שלבכות אפשר גם ללא דמעה
לזעוק אפשר גם בדממה
ולעיתים גם מילה אחת שנאמרה זה כבר יותר מידי
פעם חשבתי ש…
מי שיש לו שכל, חושב
ושאראה בחזרה כסף שהלוויתי
שמואר רק ביום, וחשוך רק בלילה
ו’יענע מעשה’ (“המחלה”) קוראים בספרים
ככל שאני מתבגר אני מבין יותר דברים ובצורה שונה…
לבקש עזרה זה לא חולשה, בדיוק להיפך
שבע זה מי שמעניק, לא זה שיש לו
וששנה עוברת מהר יותר מיום
—- • —-
אוי פעם חשבתי ש…
משיח כבר מזמן יהיה כאן
ואם לא, היהודים לפחות ינסו לחיות בשלום
אם יהיו יותר תרופות, אנשים יהיו פחות חולים.
והעולם כבר יבין שטיפשי לשנוא יהודים
פעם חשבתי ש..
שפעם חשבתי
ועכשיו אני חושב, שאני עדיין חושב
אבל אני חושב שהחשיבה של היום
לא מגיעה למה שעוד אחשוב
ופעם עוד אבכה על מה שאני חושב היום
חשבתי… פעם חשבתי…
מילים באידיש:
געמיינט
איך האב אמאל געמיינט אז…
ווער ס’איז רייך איז קלוג
און פארלוירן מיינט בלאנדזשענען אין וואלד,
ווער ס’האט דאס לעצטע ווארט, דער האט געזיגט
און ווער ס’האט ווייסע האר איז אלט.
איך האב אמאל געמיינט אז…
נאר אמאל צדיקים איז געווען
און ווער ס’שרייט די העכסטע הערט מען אויס,
אלטוועלטליכע מגיפות קען שוין נישט היינט געשען
און אז א ווארימע היים מיינט א געהייצטע הויז.
ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
אז אפילו אָן וואג קענען זאכן זיין זייער שווער.
נישט דוקא מיט שוועבעלעך מיינט זיך שפילן מיט פייער
און אפילו אָן געלט קען מען באצאלן טייער.
—- • —-
איך האב אמאל געמיינט אז…
דער וואס שמייכעלט, לאכט
און זיין ביי זיך שטארק מיינט בּויען א שטארקען גוף,
און חלומ’ן א חלום קען מען נאר אין א בּעט, בּיינאכט
און דערטראנקן ווערט מען נאר אין א ים, מיט א שיף.
איך האב אמאל געמיינט אז…
מיינע עלטערן זענען צו שטרענג
און מיינע חברים זיי זענען עכטע פריינט,
אן ערליכע איד ווענדט זיך ווי גרויס ס’איז די געדרענג
און אז איך קען טון מארגן דאס וואס איך טוה נישט היינט.
ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
אז וויינען קען מען אויך אָן א טרער.
שרייען קען מען אויך אינדערשטיל
און אז מיט איין ווארט איז אסאך מאל געזאגט שוין צופיל.
איך האב אמאל געמיינט אז…
ווער ס’האט שכל, טראכט
און פארבארגטע געלט צוריק נאך זען וועל איך,
אז ס’איז לעכטיג נאר בייטאג, און ס’איז טונקל נאר ביינאכט
און אז יענע מעשה ליינט מען אין א בּוך.
ווי מער איך עלטער מיך, פארשטיי איך אנדערש און מער…
זוכן הילף איז נישט קיין שוואכקייט, נאר פונקט פארקערט,
זאט איז דער וואס טיילט, נישט דער וואס פארמאגט
און אז א יאר לויפט שנעלער ווי א טאג.
—- • —-
אוי, איך האב אמאל געמיינט אז…
משיח וועט שוין זיין דא לאנג
אויב נישט וועלן אידן פראבירן כאטש צו לעבן אין פרידן,
ס’וועט זיין סאך מער מעדעצינען, וועלן מענטשן זיין ווייניגער קראנק
און די וועלט וועט שוין איינזען ס’איז נאריש פיינט צו האבן אידן.
איך האב אמאל געמיינט אז…
איך האב אמאל געמיינט
און יעצט מיין איך, אז איך מיין נאכאלץ.
אבער איך מיין אז וואס איך מיין היינט,
קומט נישט צו צו וואס איך גיי נאך מיינען
און וואס איך מיין היינט, גיי איך אמאל נאך באוויינען.
איך האב געמיינט.. איך האב אמאל געמיינט…