אין אזא סארט שווערע צייט ווי מיר שטייען ,וואס פיל אויסטערלישע געשעהנישן שפילט זיך אפ ביי אונז און ארום אונז ל”ע, איז נאטורליך אז מענטשען פרעגן און וואונדערן זיך, וואס טוט זיך דא? וואס גייט דא זיין? קען מען עפעס טוען? וואס? וויאזוי? א.א.וו.
נאר מיר אידישע קינדער האבן די אינפארמעישן , אז מיר זענען דא אויף די וועלט איין גרויסע משפחה און אונזער הארציגער טאטע כביכול אונזער בורא ית’, וויל מיט געטריישאפט אז מיר זיינע קינדער זאלן מיט אים נאנט זיין , און קענען באקומען די בעסטע און שענסטע גוטס, וואס נאר ער אלס טאטע ווייסט ווי גוט און פיין עס וועט אונז זיין ביי אים.
די גאנצע וועלט שטייט גרייט און ווארט צוזאם צוברענגן די גאלדענע משפחה והשיב לב אבות על בנים… צו ערפילן די וואונטש און בענקעניש פונעם טאטען צו קענען שוין זיין נאנט מיט ליבשאפט מיט זיינע קינדער און זיין מיט זיי צוזאם ווי א ווארמע משפחה… יעדע טראפ צער פון יעדן איד טוט אים אזוי וויי ..ער בעט זיך קומט אליין צו מיר וועט איר זיך ראטעווען, עס איז נישט דא ח”ו קיין שום אנדערע ציהל אין די אלע ווייטאגליכע פאסירונגן, ווי ברענגן יעדן איד סיי ווער, צו זיין צוגעבינדען צום באשעפער .
די 6 א האלב מינוטיגע סלייד איז באגלייט מיט א הארציגע ניגון מיין קינד קום צו מיר געזונגען דורך ר’ משה הערצל אינאיינעם מיט הילד הפלא יודי ראזענבלום
ימים ספורים לקראת חג הפסח, משחררים במכון “אור לישרים” בארה”ב שיר אידישאי מרגש במיוחד, שמלווה במצגת שממחישה את מילות השיר, אותו מבצעים הזמר משה הרצל וילד הפלא יודי ראזענבלום.
השיר, שמילותיו עוסקות סביב האירועים הכואבים והטרגדיות הקשות שאנו חווים בימים האחרונים, ממחיש את פגעי הרוחניות של הדור וקורא להתחזק ביתר שאת וביתר עוז.
האזינו והתרגשו גם אתם!