א שווערע פראסט, קיין אייז צולאזט,
אין סיביר, די קעלטסטע פלאץ אויף דער ערד
פארטריבן דארט, א נייע טראנספארט
א אידישע גרופע פארפרוירן דארט מען ווערט
קוים זיך רירן, די אברים פרירן
שוואך און קראנק א ביטערן צושטאנד
בגדים דינע, א מיתה משונה
יעדע שעה שטארבט נאך אן ארעסטאנט
א גאון אן אלטער, א שוואכער א קאלטער
מיט ציטער האלט-ער, א בבא בתרא אין זיין האנט
ער שרייט חי וקיים, הכל בידי שמים
אלעס איז בלויז אינעם בורא געווענדט
– חוץ מצנים, דאס ווענדט זיך נישט אין-אים
זיך שיצן פון קעלט ליגט אין דעם מענטש’ןס הענט
ער שרייט און וויינט, די גמרא וואס מיינט
צו דען גייט אויך אן דעם כלל דא אין דעי ליידן
קיין פייער קיין היצן, בגדים זיך צו שיצן
א פראסט וואס טוט שטיקער מענטשן שניידן
אזעלכע קעלט, באשעפער פון די וועלט
איז בידי שמים, נאר דו קענסט דאס פארמיידן
באשעפער איך קען נישט ס’איז מער ווי גדר אנוש
אין די גאנצע וועלט איז דא די כלל פון פריער
אבער נישט דא אין סיביר…
ס’איז אומדערטרעגליך זיך שיצן אוממעגליך
ס’איז בידי שמים, עס ווענדט זיך נאר אין דיר
ווייל דא איז סיביר…
תרגום:
דורי דורות
לעכטיגע אורות
האבן מיר כלל ישראל פארמאגט
צדיקים און פירער, אויפהייצן דעם פרירער
אזש אפילו אינמיטן נאכט האט געטאגט.
געשיינט און געברענט
אוי אין אונזערע הענט, האבן מיר די ברירה געהאט
ווערן נענטער צו גאט
אבער היינט מען האט א נייע עפאכע, אן אנדערע צייט
די קעלט טוט מיטשען, אזויפיל גליטשען
אויף די אייז וואס שטיקער נפשות עס שניידט
וויפיל ימ’ן טרערן, פון מענטשן וואס הערן
דעם דאקטאר’ס באריכט מיט זיין קאלטן פנים
וויפיל פרנסות פרירן
וויפיל טוען שפירן א קאלטקייט
און בעטן והשיב לב אבות על בנים
ס’הערשט א קעלט אין גאס, מיר ברעכן אייז
צו טרעפן די מים קרים על נפש עייפה
א שניידענדער דין, נישטא קיין זון
די ווינטער איז צו לאנג און אזא שטייפע
אזעלכע קעלט, באשעפער פון די וועלט
איז בידי שמים, ראטעווע די מגיפה
באשעפער איך קען נישט ס’איז מער ווי גדר אנוש
ס’איז נישט אין אונזערע הענט ווען אזא קרירות
אזוי ווי אין סיביר-איז….
ס’איז שוין די תשע’ס
אור חדש באניי-אונז
ס’איז בידי שמים, עס ווענדט זיך נאר אין דיר
ווייל דא איז סיביר…
הכל בידי שמים חוץ מצנים פחים: (ב”ב קמד עב. ב”מ קז ב. כתובות ל א. ע”ז ג ב)
(מקור הסיפור: המגיד הירושלמי, הרב שלום שוואדראן ז”ל)