א גאנצער נאכט שוין – פארבראכט שוין – געטראכט שוין – פון לאנג אהיימגיין פון זאל
געטאנצן יעדע ליד שוין – ער איז מיד שוין – און מען ציעט שוין – אסאך מער ווי נארמאל,
ביים טיר שוין ער גייט דארט – ער שטייט דארט – פארביי דארט – עס גייט א אינגערמאן מיט א שאל
דער בדחן?! ער כאפט שוין – ער סטאפט שוין – און בלייבט שוין – ער וויל נישט אהיים גיין בכלל.
מען קען זיין א מידער – פון לידער – און גערודער – דאך גראמען האט א פאטענט
יעדן אינטערסירט עס – מען שפירט עס – בארירט איז – דאס הארץ, פון דעי מאמענט,
ביי יעדע מסיבה – די חיבה – און ליבע – וואס ביי אלע מענטשן עס ברענט
וועט זיצן אין זאל ער – אן א דאַלער – נאר ווייל ער – וויל הערן די גראמען ביים ענד.
זעה נאר דעם פלאם, דעם טעם, אויסנאם
וואס עס ליגט אונטער דעם גראם
אפאר שורות ברענגט עס צוזאם – ווי איין.
שורה’לעך צוויי און דריי, זענען זיי
באהעפטן זיי אלע איך גיי
עס הערט זיך דאס הערליך געשריי – גאר שיין.
מחזורים און סידור, בריוולעך פון ברידער, געדיכטער און לידער, געפאסט און מסודר, עס וועקט אויף דעם מידער, און ווארעמט די גלידער, מיט חן!
א שיינע בא’ערונג – ערקלערונג – איינשווערונג – תנאים בלומען און נוסח המציבות
אן עד אין די דזשורנאלן – פארפאלן – ס’מוז שטראלן – מיט גראמעלעך און ראשי תיבות,
גראמען ארויסגיט זיך – ס’זעץ זיך – ס’רעדט זיך – די ניגון, דאס בריוו’ל אדער סיי וואס
וואס סתם ווערטער זאגט נישט – פארמאגט נישט – און טראגט נישט – די זעלבע געפיל און התחייבות.
גראמען קען מאכן – לאכן – אויפוואכן – דעם טייל פון שמחה און גליק
עס קען וויינען און קלאגן – און זאגן – די פלאגן – וואס אונטערן הארץ עס דריקט,
עס קען שפייען – און שרייען – פארצייען – באנייען – א פריינדשאפט פון יארן צוריק
דעם שרייבער’ס געפילן – טוט שפילן – קענסט פילן – ווען אויף די גראמען מען קוקט.
פזמון
“דער רבי ר’ בונם – זאגט מען נאך פון אים – אז טיף אינעם – גראם ליגט סודות נוראות.
אז ר’ אליעזר הקליר – מיט זיינע איינפאלער – געגראמט האט ער ווייל ער – געוואלט ברענגן פילע השפעות (רמתים צופים, אליהו זוטא ב’, קי”א)
דער בעלזא רב ר’ ישכר דוב – זאגט ער דערויף – דער גראמער האט האף – פארשפארן דעם גיהנם אויף
שעות. (עזר מקודש, בעלז)
אין באבוב גאר גרויס זי איז – די רב זאגט נישט בלויז זי איז – גר”ם איז די אותיות – מ’בטלין ג’זירות ר’עות” (יגילו במלכם, עמ’ נז)
מ’זעט יוצרות און זמירות – דעי שורות – פון פריער איז – געשריבן מיט גראמען און ליד
צדיקים אלס שרייבער – מחבר – מסתבר – א טיפע חכמה עס ציעט,
רבי’ס מיט חן זיי – אליין זיי – שטייען זיי – גראמען פאר א צווייטן איד
באטראכטן דו דארפסט עס – צו פאסט עס – דאך ווייזט עס – א העכערע ענין דא רועט.