לא איש דברים אנכי, גם מתמול גם משלשום. (שמות ד’-י’)
גיי און ווארן פרעה, זאגט דער בורא
משה זאגט איך קען נישט, איך האב מורא.
לא איש דברים אנכי
באשעפער איך בין נישט געמאכט פאר דעם.
מענטשן שרעקן פון געבן זיך אן עפן
ער האט די כשרון ער דארף עס נאר טרעפן.
ער זאגט – לא איש דברים אנכי
אבער באמת ליגט עס טיף פארשטעקט אין אים.
“דו האסט, דו האסט א טאלאנט
מאך עס נישט אוועק מיט דיין האנט
האלט דיך נישט איין
קוק טיף אריין
וועסטו טרעפן כשרונות דארט פארשטעלט.
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט
וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערסאנט,
זוך עס נאר אויף
און ברענג עס ארויף
ווייל דאס קען נאר פארהערליכן די וועלט.
זאג נישט דו שעמסט דיך, דו קענסט נישט, ס’פאסט נישט
פראביר נאר וועסטו זען אז ס’בייסט נישט.
זאג נישט – לא איש דברים אנכי
ווייל קען זיין אז דו ביסט גאר געמאכט פאר דעם.
לא איש דברים אנכי, גם מתמול גם משלשום.
איך שטארק מיך אבער בכל כוחי
גם היום, גם מחר.
ווייל, אלה הדברים אשר דיבר
משה גאר די תורה געט אונז איבער,
ער זאגט – לא איש דברים אנכי
און קוק נאר אן ווי שיין האט ער גערעדט.
דער באשעפער האט ‘דיך’ אויסגעקליבן
ספעציעלע כוחות דיר געגיבן,
זאג נישט – לא איש דברים אנכי
ווייל ס’איז א תירוץ וואס דער יצר הרע געט.
“נאר נוץ אויס, נוץ אויס דיין טאלאנט
א שאד עס זאל בלייבן אומבאקאנט,
האלט דיך נישט איין
קוק טיף אריין
וועסטו טרעפן כשרונות דארט פארשטעלט.
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט
וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערסאנט,
זוך עס נאר אויף
און ברענג עס ארויף
ווייל דאס וועט נאר פארהערליכן די וועלט.
זאג נישט איך קען נישט, איך דארף נישט,
דיינע טאלאנטן פארבלייבן א פארשטילעניש,
זאג נישט – לא איש דברים אנכי
ווייל קען זיין אז דו ביסט גאר געמאכט פאר דעם.
דער רב מיט זיין קהילה
דער שדכן און דער עילוי
דער גראמער, דער בעל תפילה
זיי קענען בלייבן שטיל.
דער סופר ביים מגילה
דער פוסק מיט זיין קולא
דער סוחר מיט פעולה
הערט אויף אויב ער וויל.
כאטש פחדים פילע
דורכפעלער אפילו
בלייב נישט פון די שטילע
דיין תפקיד ערפיל
ס’איז פלאים פלאי
עס שיינט ארויס בגילוי
מ’איז עולה לגדולה
עד בלי גבול.
זאג נישט איך קען נישט,
איך דארף נישט, איך וויל נישט
דיינע טאלאנטן פארבלייבן א פארשטילעניש,
זאג – איש דברים אנכי
מיט נשמה שבמוחי, איך שטארק מיך בכל כוחי
איך האף אז איך בין זוכה, כי ה’ גמל עליכי.
איך ווייס אז איך בין גאר געמאכט פאר דעם.