More results...

Generic selectors
Exact matches only
Search in title
Search in content
Post Type Selectors
Channels
Videos
Filter by Categories
Comedy
Entertainment
Inspiration
Media
Music
News
Podcasts
Random
Travel

Enjoy this melodic video of Lev Voices at a Bar Mitzvah on March 26, 2018 in Kiryes Yoel NY. Featuring Badchen Yoely Brown, Who wrote this beautiful Lyrics and Gramen, Together they entertained the audience with a heart full performance and a special gift, a nice and rich perspective for his upcoming years of Torah and Mitzvos.

Songs:
Saba Kedisha (Lipa Schmeltzer)
Ruzu D’shabbus (Michoel Shtreicher)
Shavas Aniyim (Yossi Green)
Kidshu Brich Hi (Meilach Kohn)
Dayeinu (Hershy Weinberger)
Loi Luni (Hershy Rottenberg)

Music: Motty Miller
Mixed: Aba Berkowitz
Video Shoot: Motty Engel
Video Edited: Studio On Dot

מזל טוב!!!

אזא נאכט
דיין בר מצוה מיט פראכט
א ספעציעלע צוזאמען טרעף
מיט דיר אויסשמועסן
א געדאנק א זיסן
א מתנה פון ‘לב’

א שיינעם טאג א הערליכען וועטער
דער ווילנער גאון מיט די תלמידים רעדט-ער
לאמיר גיין שפאצירן מיט אן אחדות’דיגן כח
אנדעקן אן אינטרעסאנטען מהלך המוח

ער זאגט פארן גבאי’ן שטילערהייט הער מיך צי
פון שטוב די צוויי זאכן ברענגען טו
א ליידיגע שיסעלע און א בינטעלע מיט געלט
און מיט דעם זיי לאזן זיך ארויס און פעלד

ביי א בערגעלע שטיינער דער צדיק פלוצלינג בלייבט ער שטיין
ער רופט איינע פון די תלמידים ארויס פונעם ציבור
ער דעקט אים צו די אויגן גארנישט צו זעהן, ניין
דעם באהאלטענעם שיסל ער געט אים איבער

צוביסלעך ער הייבט אן אריינלייגן פון דאס געלט
דער תלמיד זעהט אבער נישט וואס ער לייגט אריין
רבי ס’איז נישט מעגליך מער דער תלמיד ער מעלדט
אזויפיל שטיינער און מיינע הענט ס’זאל זיין

זאגט אים דער גאון דעק אויף די אויגן אוו הער מיך צו..
ווען די טראכסט און ווייסט און די מאמענט
אז אן אוצר מיט געלט איז אין דיינע הענט
וואלסטו געבעטן צו לייגן נאך און די וואלסט טאקע געקענט

פשט איז…
ווען א מענטש ווייסט ביי זיך אז די זאך גייט מיר באגליטן
און ארויסנעמען פאלט אטומאטיש אוועק אלע שוועריקייטן
ס’ווענדט זיך אין דיין אייגענע ווילן
די אנדערע שווערע מחשבות טוסטו און א רגע אפשטילן

איז מאיר’ל א שטארקע לימוד אתה תשמע
און לעבן ווען די לאזטיך ארויס אויף א שפאציר
די תורה זעהט אויס ווי אזא שווערע ים אזא
אבער מיט די מעשה אן אנדערע בליק וועסטו מיטנעמען מיט דיר

קוק אזויפיל מתנות באקומען היינט די האסט
אזויפיל ספרים געגעבן פאר דיר
די הייבסט אן טראכטן דעס אפצולערנען צופיל כוחות ס’קאסט
צו איז דען מעגליך אז איך זאל אלעס קענען האלטן און מיר

ווען די קוקסט טיפער אריין
ווי זיס און לעכטיג דעס טוט זיין
כי טוב סחרה מכל סחורה
איך קען אסאך מער
ס’איז גארנישט שווער
לערנען די הייליגע תורה

מי ידמה לך
אזא כח האסטו דאך
יעצט ביים אנהייב ווען און די צייט דו ערשיינסט
מיט די ריכטיגע מחשבה צו לייגן
וועסטו דיך איבערצייגן
אז ס’איז אסאך גרינגער ווי די מיינסט

פון קודשה בריך הוא היינט א מתנה א טייערע
צו דיין בר מצוה פון גרויסן גאט
א הייליגע נשמה יתירה
פון רזה דאחד

די געפילן פון די נאכט זאגן דאך צדיקים
מים רבים לא יכלו לכבות
סאיז א טאג מלאים זיו ומפיקים
נאך גרעסער פונעם שבת

איז כגוונה דיליה
מיט יעדען דריי
פון די תפילין של יד

האטיך ר״ר בונים ערקלערט
אז נענטער מען ווערט
צום באשעפער פריוואט

על אחת כמה וכמה
טובה כפילה ומכפלת
למקום עלינו
למקום עלינו
עלינו

די זמן די תפילין די תורה
מיט די מחשבה כולו אורה
בלייבסטו נאנט מיטן הייליגן בורא

היינט ווען די זאגסט דעם שהחינו
קימנו
והיגעינו
פון אונז א פערזענליכע ברכה
טוען מיר ווינטשן דא השתא הכא

קדושה אויף דיין פנים אייביג שיינען
אפענקייט און תורה זיין פארהאנען
חן און הצלחה און אלע דיינע טעג
אן ערליך לעבן נאר א ריינעם וועג
און הימל דיינע תפילות אלעמאל
זאל צוהערן דער שומר ישראל
שטענדיג זען פון דיר לעכטיג נחת
בשעה טובה ומצלחת

מזל טוב!!!

A Bar Mitzvah Gift – Lev Choir Ft. Yoely Brown

Description

Enjoy this melodic video of Lev Voices at a Bar Mitzvah on March 26, 2018 in Kiryes Yoel NY. Featuring Badchen Yoely Brown, Who wrote this beautiful Lyrics and Gramen, Together they entertained the audience with a heart full performance and a special gift, a nice and rich perspective for his upcoming years of Torah…

Comments (0)

Comment

Comments & Feedbck

Comments & Feedback

Share this video

Copy Link:
https://yideos.net/videos/a-bar-mitzvah-gift-lev-choir-ft-yoely-brown/