More results...

Generic selectors
Exact matches only
Search in title
Search in content
Post Type Selectors
Channels
Videos
Filter by Categories
Comedy
Entertainment
Inspiration
Media
Music
News
Podcasts
Random
Travel

Machna Bnei Tzanz Presents: ‘An Ehrliche Brucha’ Music Video

שוין איבער 20 יאָר וואָס דער באַרימטער ר’ מיכאל שניצלער גיבט אַרויס זיינע הערליכע יידישע אַלבומס אין די סעריע נשמה פלאַם, ר’ מיכאל האָט שוין אַ קאָלעקציע פון צענדליגע געזאַנגען וואַרימע און האַרציגע לעבעדיגע און פרייליכע וואָס רעדט צו יעדער וואס פאַרשטייט נאָר יידיש.
דעריבער ווען עס איז געקומען צו אָפּכאַפּן דעם הערליכן ווידעאָ איז געווען זייער אַ גרויסער אויסוואַל וואָס עס איז געווען שווער זיך צו קלויבן פון, אָבער מיר האבן געזוכט ספּעציעל אַ ניגון וואס פארמאָגט אין זיך סיי האַרץ און געפיל ווען פון דער אנדערער זייט זאָל עס אויך האָבן דעם פרישקייט אויסצושפּילן מיט די קינדער אויף אן אינטערעסאנטן אופן.
און יאַ! די פּאַסיגסטע ניגון וואָס איז נישט מער ווי געגאַסן פאַר אַזאַ פּראַיעקט, אַן ערליכע ברכה!!! אַ ניגון וואָס טראָגט אונז צירוק צום קרעטשמע אין דער אַלטער היים אויף א געשמאַקע און קאָמישע אופן, אָבער ערוועקט אויך די געפילן און ברענגט אַרויס גאָר אַ שטאַרקער מוסר השכל.
די ניגון איז געשריבן געווארן דורך דער באַקאַנטער מולטי-טאַלאַנטפולע ר’ ליפּא שמעלצער פאַר ר’ מיכאל’ס ערשטער נשמה פלאַם אַלבום ”אידן דערציילן”, ר’ מיכאל אַליין האט שוין אַרויסגעגעבן אַן הערליכע ווידעאָ אויף דעם ניגון אין יאָר תש”ע לפ”ק אינאיינעם מיט אלע זיינע אַנדערע מייסטערהאַפטיגע נשמה פלאַם ווידעאָס, און יעצט איז געקומען די צייט פאַר מחנה בני צאנז צו אויסשפּילן מיט די קינדער.
דער ניגון איז געווארן אויסגעשפּילט דורך כתה ח’-ב’ אינאיינעם מיט זייער טאַלאַנטפולע מדריך מנחם מענדל קראַסני הי”ו, די הערליכע סצענעס זענען געכאַפּט געווארן אין די באַקאַנטע ‘מחנה צאנז פארם’ מיטן בעקגראונד פון די קונצליכע בוי אַרבעט אויפגעשטעלט געווארן מיט די גאָלדענע הענט פון אונזער געטרייער מענעדזשער ר’ יהושע מאשקאוויטש הי”ו וואָס גיבט דעם ריכטיגן געפיל פון אַן אַמאָליגער קרעטשמע.
און דאָ איז טאַקע דער פּלאץ זיך צו באַדאַנקען פאַר אונזער איבערגעגעבענעם ראש המדריכים הר”ר אברהם גערמאַן הי”ו און אונזער באַליבטער סגן ר’ יהושע אָבערלענדער הי”ו מיט די גאַנצע סטעף פאַר דעם גאַנצע זומער, ובפרט פאַר’ן שטיין צו די האַנט צוצוהעלפן צום הצלחה פון דעם פּרעזענטאציע, הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם!

קוקטס און האָטס הנאה!!!

Follow, The Yiddishe Boys Platform

Instagram • https://www.instagram.com/YiddisheBoys

Twitter • https://twitter.com/YiddisheBoys

Telegram • T.me/YiddisheBoys

YouTube • https://www.youtube.com/c/YiddisheBoys

Machna Bnei Tzanz Presents: ‘An Ehrliche Brucha’ Music Video

Description

Machna Bnei Tzanz Presents: ‘An Ehrliche Brucha’ Music Video שוין איבער 20 יאָר וואָס דער באַרימטער ר’ מיכאל שניצלער גיבט אַרויס זיינע הערליכע יידישע אַלבומס אין די סעריע נשמה פלאַם, ר’ מיכאל האָט שוין אַ קאָלעקציע פון צענדליגע געזאַנגען וואַרימע און האַרציגע לעבעדיגע און פרייליכע וואָס רעדט צו יעדער וואס פאַרשטייט נאָר יידיש. דעריבער ווען…

Comments (0)

Comment

Comments & Feedbck

Comments & Feedback

Share this video

Copy Link:
https://yideos.net/videos/machna-bnei-tzanz-presents-an-ehrliche-brucha-music-video/