Menachem Moskowitz Singing “Modim” First Rerecord and Composed by Mordechai Ben David on his “Kulam Ahuvim” Album, Lyrics by Lipa Schmeltzer, at a Wedding In Ateres Chynka On June 28 2016, Conducted by Yisroel Lamm an Aaron Teitelbaum Production
Sound by Solvetech
Mixed by Baba Z
Production Coordinator Jay Kay 57
Communications director Chad k
to get more info follow our Website:http://aaronteitelbaumproductions.com
Follow us on Twitter:https://twitter.com/TEITELBAUMAARON
Follow us on Instgram:https://www.instagram.com/aaronteitel…
Like us on Facebook:https://www.facebook.com/aarontproduc..
Yiddish Lyrics
און דער פרי- גייט ער צו נאכין דאווענען מיט א ברען
צו זיין רבי’ן דער חפץ חיים אפשר ענטפערן ער קען
יעדס ווארט- זאג איך פארט מיט כוונה און מיט געפיל
אבער לאנג נאך מיין שמונה עשרה
ס’ווארט נאך אלץ דער גאנצע שוהל
איך באטראכט- זיין פנים לייכט
דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציט
מ’סתם שוועבט ער דארט זייער הויך
און די הימל’ן ווייט ער פליט
איך קלער אריין- ס’מוז דאך זיין
גרויסע שמות הויעך אהן א שיעור
וואס עס פאלט מיר נאך אין כוונות
בעט איך רבי לערנט מיר
אוי מיין טייער ליבער קינד- דו לעבסט אין א טעות
איך טראכט נאר דעם פשוט’ע טייטש
א יעדער ברכה’ז א גאנצע וועלט
ווען איך קים אבער צו צום ברכה פון די הודאות
זאג איך מודים!! מיין הארץ וועט אפגעשטעלט
ווי אזוי קען איך אים דאנקען גענוג- אויף אלע חסדים
וויפיל גוטס ער טוט און טוט מיט מיר, א יעדן טאג נאך און נאך
אויף זיין חוט של חסד זיין גרויסע ג-טליכר פאדעם
אויף יעדען אטעם זאג איך מודים אנחנו לך
מען מאכט מיט- ס’איז אלעס גוט
עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה
און אפילו ווען ס’גייט אונז שווער’לך
אויך בצר הרחבת לי
כל שכן- דארף מען זעהן ווען דאס לעבן גייט יא כשורה
צו באדאנקען דעם ליבן טאטן פום טיפן הארצן “מודה אני”
אוי מיין ליבער פאטער- יא! דו גיבסט אונז השפעות
יעדער איד איז א בן יחיד יעדער קינד איז אגאנצר וועלט
און מיט לויב און דאנק צו דיר דו קל ההודאות
זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט
ווייל ווי הייב איך אן זאגן א שבח- פאר אלע חסדים
וויפיל גוטס דו טוסט און טוסט מיט מיר
א יעדע טאג נאך און נאך
אויף דיין חוט של חסד דיין גרויסר ג-טליכר פאדעם
אויף יעדען אטעם זאג איך מודים אנחנו לך