More results...

Generic selectors
Exact matches only
Search in title
Search in content
Post Type Selectors
Channels
Videos
Filter by Categories
Comedy
Entertainment
Inspiration
Media
Music
News
Podcasts
Random
Travel

Short overview and impressions of the grand trip to the kever of the Tosfos Yom Tov in Krakow, Poland.

Organized by the Gabbai Vaad Keren Tosfos Yom Tov and attended by a privileged group of over 800 individuals from around the world in honor of the yahrzeit of the heilige Tosfos Yom Tov, on ו אלול.

Video by Shmuly Lichtman Cinematography

יומא דהילולא קדישא – מסע התרוממות לגבאי קודש ומקבלי הקבלה | קראקא – פולין | ע”י קרן תוספות יום טוב

קורצע איבערבליק און שטריכן פונעם גראנדיעזען “נסיעה התרוממות” ע”י קרן תוספות יו”ט קיין קראקא פוילין בהשתתפות מאות שליחי קודש גבאי משמרת הק’ שלא לדבר בעת התפילה און הונדערטער זוכים בגורל פון איבער דער גארער וועלט וואס האבן זיך אינטערגענומען די הייליגע קבלה בקדושת התפלה, לקראת דעם גרויסן יארצייט פונעם הייליגן תוספות יו”ט ו’ אלול תשפ”ג.

מען איז ארויסגעפארן מאנטאג נאכט פרשת כי תצא פון די פּריוואַטע ״סטואַרט״ לופטפעלד מיט צוויי ״פריוואטע טשארטערס״ דירעקט קיין פּוילן, דינסטאג נאכט איז געפראוועט געווארן דער ריזיגער מעמד ״וירם קרן לעמו״, אינאיינעם מיט די סעודת הילולא ומעמד התחלת כתיבת ספר דברים אינעם ספר תורה פון קרן תוספות יו”ט, דער מלכות׳דיגער מעמד איז אפּגעראכטן געווארן אין ״קרן קווארטל״ סמוך ונראה צום ציון הק’ בהשתתפות אלופי ישראל אויף א גאר רייכער פארנעם.

מיטוואך פארטאגס איז פארגעקומען דער רירנדער “מעמד בקשת רחמים” אויפן ציון הק’ בראשות כ״ק גאב״ד אנטווערפען שליט”א און עס איז געווארן אנגעפירט דורך הרה”ה רבי מאיר צוויבל שליט”א, די תפילות ותחנונים האבן עולה געווען עד לב השמים פון די פילע הונדערטער שליחי עמך בית ישראל וואס האָבן איינגעריסן פאר אלע אידן וואס רעדן נישט ביים דאווענען. דערנאך האט מען אריינגעלייגט אין ציון הק’ די איבער 100,000 קוויטלעך און קבלות פון איבער דער גארער וועלט.

נאכמיטאג איז מען געפארן קיין ליזענסק, און דערנאך איז מען צוריקגעפלויגן פון ריישא קיין ניו יארק מיט די צוויי פריוואטע פליגערס, וואו מ׳האט אינאיינעם געדאווענט און פארברענגט אויף א געהויבענעם פארנעם.

אויסגע׳פועל׳ט אלעס גוטס! וירם קרן לעמו תפל״ה לכל חסידיו!

Official Highlights: Historic Trip to Tosfos Yom Tov, Poland | מסע התרוממות ע”י קרן תוספות יום טוב

Description

Short overview and impressions of the grand trip to the kever of the Tosfos Yom Tov in Krakow, Poland. Organized by the Gabbai Vaad Keren Tosfos Yom Tov and attended by a privileged group of over 800 individuals from around the world in honor of the yahrzeit of the heilige Tosfos Yom Tov, on ו…

Comments (0)

Comment

Comments & Feedbck

Comments & Feedback

Share this video

Copy Link:
https://yideos.net/videos/official-highlights-historic-trip-to-tosfos-yom-tov-poland-%d7%9e%d7%a1%d7%a2-%d7%94%d7%aa%d7%a8%d7%95%d7%9e%d7%9e%d7%95%d7%aa-%d7%a2%d7%99-%d7%a7%d7%a8%d7%9f-%d7%aa%d7%95%d7%a1%d7%a4/