This song was composed By Chaim D. Desser while being hospitalized for Covid 19 RC”L
He asked Hashem to spare his life so he can Daven again as Bal Tfilah, and promised to help spread the message to Not talk in Shul while Davening .
The Singer: Rabbi Shlome Tausig who is known as a great Bal Menagen (singer)
Arranged: By Hershy Pavel
לכו נרננה , נרננה לה, נרננה לה׳
לכו נרננה , נרננה לה, נרננה לה׳
איך בין א איד, איך בין א איד
וואס פארשטייט צו געבן כבוד
פאר א מקום תפילה
שלא לדבר בשעת התפילה
ווייל איך בין א איד
מיר טיען גלייבן, אז בזכות זה
ווערט אנגענומען אונזער תפילות
וכל השומר, לשון ופה
איז זוכה צו אלע סגולות
דער ניגון איז געווארן קאמפעזירט בשעת די מחבר האט זיך געראנגלט מיט די ווייראס אין שפיטאל רח״ל, און זיך פארגענומען שלא לדבר בשעת התפילה, אלס א הודאה צו השי״ת פאר די גרויסע ניסים איז מען דאס מפרסם, דער מחבר האט זיך געוואנדן צו הרב שלמה טויסיג אין אים געבטן צו רעקארדירן דעם ניגון, אויף די מוזיק איז געשטעלט געווארן דער טאלאנטפולער העשי פאוועל, און דאס זאל זיין לזכות ולרפאוה שלמה לכל חולי ישראל במהרה