More results...

Generic selectors
Exact matches only
Search in title
Search in content
Post Type Selectors
Channels
Videos
Filter by Categories
Comedy
Entertainment
Inspiration
Media
Music
News
Podcasts
Random
Travel

https://www.charidy.com/lezaveg

The #Shidduch Crisis, is unfortunately, a known phenomenon in our community. Hundreds if not thousands of families await anxiously for that phone call, the one where a shadchan will finally redt the right shidduch. Their sons and daughters are getting older every day and there is seemingly no hope on the horizon. The suffering of these young adults and their families are hard to grasp, and can sometimes feel infinite.

Here enters the holy work of #Lezaveg. The organization was founded with the blessing and guidance of the leading Rabanim with the lofty goal of finally ending the crises. Our office was established to help every suffering boy or girl find their bashert.

The way Lezaveg works is by being a conduit for every shidduch idea that occurs to any of the individual’s acquaintances. It is a common occurrence that a friend or associate thinks of a good match but lacks the drive or capability to see it through. Lezaveg incentivizes them to submit their idea, and if the shidduch works out, they receive 10% of the shadchunes. Lezaveg accepts hundreds of shidduch submissions a year, and with the help of Hashem tries to see it through to completion.

We know you empathize, but today we need you to do yours to help.

This Monday and Tuesday you will have the opportunity to alleviate some of the anguish of these hundreds of families by donating to the campaign. We have a goal of reaching $250,000, which will help broaden the effectiveness of Lezaveg as well as establish a foundation for the office to continue its worthwhile efforts.

“לזווג”

א רעוואלוציע ביי כלל ישראל

דער “שידוכים קריזיס” ווי עס ווערט באצייכנט אין די היימישע וועלט, איז א פאקט, שווערע הונדערטער און אפשר טויזנטער משפחות ווארטן אז דער דערבארעמדיגער שדכן זאל זיי אריינקלינגען און אנטראגן א שידוך פאר זייער זון/טאכטער, וואס פון טאג צו טאג און פון חודש צו חודש ווערן די קינדער עלטער און עלטער און זענען נאך אליין. און פון די אנדערע זייט שטייען די צובראכענע קינדער וואס זייערע חברים/חבר’טעס זענען שוין לאנג פארהייראט און ווארטן בכליון עיניים אויף א ישועה מן השמים.

דער הייליגער אפיס “לזווג” איז געעפנט געווארן בעידוד ובהסכמות הרבנים שליט”א, מיט איין הייליגן ציל צו מאכן בס”ד א סוף צום שידוכים קריזיס און ארויסהעלפן יעדן איד באשר הוא שם צו טרעפן דאס באשערטע. “לזווג” האט געעפנט אן אפיס און גענומען א גרויסע שטאב ערפארענע שדכנים.

“לזווג” האט אוועקגעשטעלט א מהלך אז יעדער הצעה וואס וועט ווערן אנגעטראגן דורך חברים וידידים פון א מדובר/מדוברת ווערט אקצעפטירט, און אויב וועט דער שידוך צושטאנד קומען וועט דער ערשטער מציע באקומען מתן שכרו 10% פון די שדכנות געלט אויסער די געוואלדיגע שכר פון כאילו בנה אחת מחרבות ירושלים.

דער געוואלדיגער געדאנק אז ווען א שידוך קומט ארויף אויפן טיש פון סיי וועם, איז דא א מעגליכקייט אז דער שידוך זאל שוין מער נישט אראפגיין פון טיש, איז שוין היינט ברייט באקאנט צווישן הנדערטער משפחות סיי די וואס האבן שוין זוכה געווען צו געהאלפן ווערן דורך “לזווג” און סיי די וואס זענען פון די מזכי הרבים וואס האבן זוכה געווען צו פאקטיש אויפשטעלן אידישע שטיבער דורכ’ן אנטראגן שידוכים. און האט געברענגט א פרישער פלייץ פון הערליכע הצעות פאר פילע וואס ווארטן אויף א ישועה מיט פריידיגע רעזולטאטן.

“לזווג” האט זיך געגרידנעט במתי מעט זייענדיג א קליינער אפיס’ל מיט געניטע שדכנים וואס האבן געארבעט מיט פלייס און אייפער. מיט די צייט מיט’ן אונטערקומען פון אזויפיל פרישע נצרכים און נייע הצעות האט זיך דער ארגיניזאציע פילפאכיג מער פארברייטערט מיט פרישע כוחות כדי זיכער צו מאכן אז קיין שום שידוך ווערט נישט נידח, און כהיום הזה ארבעטן אונטער “לזווג” א באזע פון דריי און זעכציג געניטע געלערנטע שדכנים וואס פירן אויס די אריינגעקומענע שידוכים-איידיעס, און ברענגען אויך אייגענע הצעות, און די לזווג אדמיניסטראציע באגלייט יעדן קעיס ווי דאס וואלט געווען די ערשטע שידוך אויף די ליסטע.

די עדות צו די געלונגענע און הייליגע ארבעט פון “לזווג” זענען נישט קיין אנדערע ווי די קרוב צו צוויי טויזנט עלטערן וואס האבן זינט איר גרינדונג באקומען הצעות דורך לזווג פאר זייערע קינדער, ברענגענדיג א רעוועלוציע אין די היימישע גאס.

“אייביג שוינט מען היינט גיבט מען”.

היינט, מאנטאג און דינסטאג פרשת כי תצא וועט כלל ישראל ארויסקומען אין די מאסן שטימען פאר יא! מיר וועלן שטימען פאזיטיוו! מיר וועלן אריינברענגען א פערטל מיליאן דאללער צו העלפן די ברייטפארצווייגטע פראיעקטן וואס לזווג פירט אן און דערמיט שטעלן א יסוד פארן עצם קיום פון לזווג, און א פארזיכערטן עתיד פאר כלל ישראל.

נאר מיט אייער שטיצע וועלן מיר אינאיינעם ברענגען א סוף צו די ביטערע קרעכצענישן וואס הערט זיך טעגליך אין די פילע שטיבער וואו מען ווארט אויף א ישועה.

נאר מיט אייער שטיצע וולן מיר אינאיינעם אויפשטעלן פרישע צענדליגער און הונדערטער משפחות בישראל.

און ווען מ’וועט אייך לאחר מאה ועשרים פרעגן אין הימל: עסקת בפרי’ ורבי’? – און ווי די מהרש”א זאגט – גייט דאס ארויף אויף העלפן אנדערע אידן חתונה האבן – וועט איר דאן קענען ענטפערן א הילכיגער יא!

Revolutionizing the Matchmaking Process – Lezaveg

Description

https://www.charidy.com/lezaveg The #Shidduch Crisis, is unfortunately, a known phenomenon in our community. Hundreds if not thousands of families await anxiously for that phone call, the one where a shadchan will finally redt the right shidduch. Their sons and daughters are getting older every day and there is seemingly no hope on the horizon. The suffering…

Comments (0)

Comment

Comments & Feedbck

Comments & Feedback

Share this video

Copy Link:
https://yideos.net/videos/revolutionizing-the-matchmaking-process-lezaveg/