More results...

Generic selectors
Exact matches only
Search in title
Search in content
Post Type Selectors
Channels
Videos
Filter by Categories
Comedy
Entertainment
Inspiration
Media
Music
News
Podcasts
Random
Travel

Enjoy this fabulous performance of MBD’s all time hit מי כעמך ישראל presented here by Tzali Gold and Yedidim Choir, at an event in upstate New York.

צלי גולד – גערויש אין הימל – סימפיני וידידים

גערוישן אין הימל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים מיט קנאה
זיי ווילן פארשטיין
ווי אזוי פלייש און ביין
האט דערגרייכט אזא בחינה
זיי פרעגן ביים בורא ווי קען דען דאס זיין
אז אדם דער מענטש האט ביי דיר אזוי חן
וואס פאר א זכותים
פאר אזאלעכע ניסים
נו זאג אונז אליין
קומט’ס און זעט’ס אליין
די שבחים פון מיין ליבע קינד
תינוקות של בית רבן
הייליג ליכטיג אן א זינד
און קוקט’ס א אידעלע דארט לויפט
נאך א מצוה’לע ער קויפט
יהא שמיה רבא
הערט’ס ווי שיין
זיי שרייען נאך אמן
דורות שיינע אורות
זיי באלייכטען דאך מיין וועלט
שמחה קדושה מיט טהרה
דאס וואס מיר געפעלט
אני מאמין מיט א ברען
זינגט מען אויף קידוש ה’
דער הסתר פנים אזוי גרויס
ווי האלטן זיי דאס אויס

מיין קינד אוי ס’איז שווער
עס פאלט דיר א טרער
מאך אויף דיינע אויגעלעך און זעה
כ’האב דיך ליב אן א מאס
אן א שיעור אן א צאל
ווייל דו ביסט דאך מיין קינד
מיין ליבער פאלק ישראל
קום נענטער צו מיר
ס’איז אפן מיין טיר
איך ווייס ווי דיין הארץ אוי עס בענקט
שוין טויזענטער יאר
איך ביי מיר בענקט זיך גאר
אחותי רעיתי מיין אייביגער פאר
אידן דעות פיל
פארשידען יעדן זיין דערהער
און איינעם דינען זיי מיך
אך א שיינע מיליטער
נו מלאכים זינגט ברינה
גענוג שוין צער השכינה
עס איז געקומען יעצט דער צייט
משיח איז שוין גרייט
גערוישען אין הימעל
עס טוט זיך א טומעל
מלאכים זינגען שירה
זיי טאקע פארשטיין
ווי פלייש און ביין
האט דערגרייכט דורך זיין בחירה
גערעכט איז דער בורא
זיי האבן ערליך פארדינט
זיי היטן די תורה
ריין אן א זינד
אזא הייליג פאלק
מיר זיינען נתפעל
מי כעמך ישראל!

Tzaly Gold – Geroishen! With Sympinny and Yedidim | צלי גאלד – גערוישן אין הימל – סימפיני וידידים

Description

Enjoy this fabulous performance of MBD’s all time hit מי כעמך ישראל presented here by Tzali Gold and Yedidim Choir, at an event in upstate New York. צלי גולד – גערויש אין הימל – סימפיני וידידים גערוישן אין הימל עס טוט זיך א טומעל מלאכים מיט קנאה זיי ווילן פארשטיין ווי אזוי פלייש און ביין…

Comments (0)

Comment

Comments & Feedbck

Comments & Feedback

Share this video

Copy Link:
https://yideos.net/videos/tzaly-gold-geroishen-with-sympinny-and-yedidim-%d7%a6%d7%9c%d7%99-%d7%92%d7%90%d7%9c%d7%93-%d7%92%d7%a2%d7%a8%d7%95%d7%99%d7%a9%d7%9f-%d7%90%d7%99%d7%9f-%d7%94%d7%99%d7%9e%d7%9c-%d7%a1%d7%99/